משתמש:באלייכטן הכי גדול/חב"דפדיע: כ"ק אדמו"ר נשי"ד: הבדלים בין גרסאות בדף
(גרסת ביניים אחת של אותו משתמש אינה מוצגת) | |||
שורה 98: | שורה 98: | ||
===אין ארצות הברית=== | ===אין ארצות הברית=== | ||
{{ערך מורחב|ערך=[[ביקור הרבי בפריז (תש"ז)|דעם רבינ'ס באזוך אין פאריז (תש"ז)]]}} | {{ערך מורחב|ערך=[[ביקור הרבי בפריז (תש"ז)|דעם רבינ'ס באזוך אין פאריז (תש"ז)]]}} | ||
גלייך מיט דעם רבינ'ס אנקומען אין ארצות הברית, האט ער אנגעהייבן ארויס העלפן זיין שווער אין אלע זיינע פעולות, און צום אלעם ערשטן זיין גרויסע מלחמה אויפצומאכן פון אמעריקא א פלאץ פון [[תורה]] און [[חסידות]]. אין יאר [[תש"ב]], האט זיין שווער אים אויפגעשטעלט א דירעקטאר אויף די מוסדות [[מרכז לעניני חינוך]], [[מחנה ישראל]] און [[הוצאת ספרים קה"ת]]. אין יאר [[תש"ג]] דער האט באקומען די פאזיציע פון דער הויפט רעדאקטאר פון די קה"ת ביכער. אין זעלבע יארן דער האט אויכעט געארבעט אין שיף ינזשעניעריע אין דער אמעריקאנישער נאַווי{{הערה|דער רבי האט דאס באשטעטיגט אין [[חלוקת דולרים]] במענה אויף די פראגע פון מאיר מורג פון דער ישראלישער נאווי. דער רבי האט דאס אויכעט מסביר געווען לויט די באוואוסטע חלוקה פון יששכר און זבולון. דער נאווי איז שייך צו דער זבולונ'ס חלק, און דער רבי וואס איז עוסק בתורה איז יששכר. אבער דאך לויטן די חלוקה איז יששכר אינטערעסירט וואס טוט זיך מיט זבולון}}. | |||
אין [[כ"ה אדר]] [[תש"ז]], איז ער ארויסגעפארן קיין פאריז צו טרעפן מיט זיין מוטער, [[חנה שניאורסון|הרבנית חנה]], דארטן איז געווען דרייי חדשים, און אין [[כ"ח סיון]] איז ער צוריק געקומען אין [[ניו יורק|ניו יארק]] צוזאמען מיט זיין מוטער. זייענדיק אין פאריז, דער רבי האט פארבראכט מיט אנ"ש און די תמימים און האט זיי מעורר געווען וועגן געבן דמי [[מעמד]] און וועגן [[התקשרות]] צו דער רבי ריי"צ. | |||
===קבלת הנשיאות=== | |||
====די פעולות כדי דער רבי זאל אויפנעמען אויף זיך די נשיאות==== | |||
{{ערך מורחב|ערך=קבלת הנשיאות של הרבי|דער רבינ'ס קבלת הנשיאות}} | |||
==הערות שוליים== | ==הערות שוליים== |
גרסה אחרונה מ־00:21, 2 במאי 2024
באלייכטן הכי גדול/חב"דפדיע: כ"ק אדמו"ר נשי"ד | |
---|---|
דער ליובאוויטשער רבי | |
געבוירן געווארן | י"א בניסן תרס"ב |
ניקאלָאיאוו, צאַרישן רוסלאנד | |
זיינע רבנים | רבי לוי יצחק שניאורסאהן, אדמו"ר הריי"צ |
זיינע תלמידים | חסידי חב"ד ארום דער גאנצער וועלט |
זיינע חיבורים | זע לקמן ביים פסקא - תורתו ומשנתו |
זיין ווייב | הרבנית חיה מושקא שניאורסאהן |
פאטער | הרב לוי יצחק שניאורסאהן |
מוטער | הרבנית חנה שניאורסאהן |
רבי מנחם מענדל שניאורסאהן (ווערט אנגערופן אויך דער ליובאוויטשער רבי און ביי חסידי חב"ד דער רבי), געבוירן געווארן אין יאר תרס"ב, איז א גייסטיקער וועלטישער מנהיג, און זיין השפעה ארום דער גאנצער וועלט, און בפרט ביים אידישן פאלק. דער זיבעטער נשיא פון חסידות חב"ד, און ווערט אויסגערעכנט אלץ מלך המשיח וואס וועט גואל זיין דעם עם אין די גאולה האמיתית והשלימה. צווישן זיינע באוואוסטע פעולות, איז די תנועה פון שליחות, און אויך די עשרת המבצעים וואס ער האט געגרינדעט, מיט א כוונה זיך בריינגען די יידישקייט צו יעדער אידן, בכל קצווי תבל. אין זיינע פעולות, רייד און השפעה שטרעכט זיך אונטער די דערווארטונג אויף משיח און די פעולות צו גיכן די גאולה.
אין ג' תמוז תשנ"ד, האט דער רבי פארשווינדן געווארן מעיני בשר ודם, אבער די חסידים זיינען נאך מאמינים אין די נצחיות פון זיין טעטיקייט אין דעם עוה"ז הגשמי, ואדרבה ביתר שאת ויתר עז. צווישן חסידי חב"ד זיינען דא פארשידענע דעות וועגן דעם ענין, אבער דאך רובם ככולם גלויבן אז דאס א טייל פון חבלי משיח און ווארטן אויף די התגלות פון משיח צדקנו בב"א.
לעבנ'ס געשיכטעעריכה
געבורט און יוגנדעריכה
דער רבי איז געבוירן געווארן פרייטיג, י"א ניסן תרס"ב (אפריל 18, 1902 למניינם), אין די רוסישע-אוקראיינישע שטעטל ניקאלאיאוו, צו זיינע עלטערן הרב ר' לוי יצחק און הרבנית חנה שניאורסאהן, א טאכטער פון הרב מאיר שלמה יאנאווסקי, דער רב פון ניקאלאיאוו.
אין י"ח ניסן, חול המועד פסח, איז געווען די ברית מילה פון דעם רבי'ן. די סעודת מצווה איז געווען אין ביי דעם רבינ'ס זיידנ'ס (הרב יאנאווסקי) הויז, און סאך אידן פון די גאנצע שטאט האבן גענומען טייל אין די חגיגה. בשעת די סעודה האבן דעם רבינ'ס זיידעס און טאטע געדרשנ'ט, און דער לעצטער מקשר געווען ע"פ קבלה צווישן די ברית און זיין געבורט'ס טאג וואס איז אויסגעקומען יענעם טאג. גער רבי איז אנגערופן מיט'ן נאמען "מנחם מענדל", נאכן דעם זיידנ'ס זייע, כ"ק אדמו"ר הצמח צדק.
אזוי ווי אין יאר תרס"ט איז דעם רבינ'ס טאטע'ן געווארן דער הויפט רב פון דניפראפעטראבסק (געוועזן יעקאטרינאסלאוו), איז די פאמיליע דארטן אריבערגעפארן.
שוין אויף יוגנסט איז דער רבי שוין באוואוסט מיט זיין מופלא'דיקע זכרון און שקידה. ער האט משקיע געווען זיין צייט אין א טיפן לערנען פון גאנץ חלקי התורה; נגלה און נסתר, בשעת דער גרויסער טייל פון די הדרכה אין דעם האט ער באקומען בעיקר פון זיין הייליגן פאטער. דער רבי האט מתאר געווען זיינע קינדער יארן אלץ א צייט וואס דאן האט ער באקומען זיין וועלט-מייינונג, וואס איר האט ער דורכגעפירט ביי לעצטיגע יאהרן, און בעיקר זייענדיק א רבי. אין א זעלטן בריוו צו מר יצחק בן צבי, דער רבי שרייבט וועגן זיין שטימונג אלץ א קינד:
מיום הלכי ל'חדר' ועוד קודם לזה,
— א בריוו פון יאר תשט"ז צו מר יצחק בן צבי
אין יאר תר"פ, זייענדיק נאר 18 יאר אלט, האט ער אויפגענומען אלץ א רב אין איינער פון די שולן אין די שטאט[1].
אין יאר תרפ"ג, האט דער רבי געטראפן ערשטנ'ס מיט זיין צונויפטיקער שווער, אדמו"ר הריי"צ, בשעת שפעטער איז ער אריין זיך פארנומען מיט אים אין זיין טעטיקייט אין עסקנות ציבורית, ממלא געווען פארשידענע וויכטיגע תפקידים אין אלערליי תחומים, און געשטאנען צו זיין רעכטן האנט אין זייןן באוואוסטע קריג אויף קדשי מצוות און דת ישראל אין קאמאניסטישן רוסלאנד. אין זעלבן תקופה האט דער רבי ריי"צ אים אנגערופן אלץ זיין "השכלה מיניסטער"[2]. בשעת אדמו"ר הריי"צ איז ארעסטירט, דער רבי איז געווען פון די הויפט פירער פון זיין הצלה. נאכן מ'האט עם באפרייט, אדמו"ר הריי"צ איז אוועק געפארן אין מאלאכאווקע, און נאר יחידי סגולה פון די חסידים האבן געהאט רשות צו זיין דארטן. צווישן זיי, איז געווען אויך דער רבי, וועלכער ס'איז איינגעלאדענער'ט צום דער רבי ריי"צ, און א גאנצע טעג נאכאנאנד האבן זיי געשמועסט יעדן טאג פאר לאנגע שעות.
אין חודש תשרי תרפ"ח, איז דער רבי געווען ביי זיינע עלטערנ'ס הויז און האט זי באזוכט, און נאכן חג הסוכות האט זיין מוטער געפארן מיט אים ביז לענינגראד. פון דארט'ן, איז דער רבי ארויסגעפארן פון רוסלאנד, צוזאמען מיט דער צונויפטיקער שווער, אדמו"ר הריי"צ, און מיט אלע זיינע בני בית. נאר די חתונה איז פארהאלטן מצד מאנגל פון מיטל, און דעריבער האט מען באשלאסן זאל דער רבי אוועק פארן צו א אנדערע שטאט, און אין חודש טבת יענעם יאר איז דער רבי אוועק געפארןן קיין בערלין, דייטשלאנד.
זיין חתונהעריכה
ערך מורחב – חתונת אדמו"ר שליט"א |
אין ו' כסלו תרפ"ט, איז דער רבי אריינגעקומען אין שידוך מיט מרת חיה מושקא שניאורסאהן, די טאטכטער פון אדמו"ר הריי"צ. די חגיגה פון קישורי התנאים איז פארגעקומען אין ריגא[3]. אין שבת פרשת ויצא, י"א כסלו, איז געווען דער 'אויפרופעניש' ביים [אדמו"ר הריי"צ]]'ס מנין.
צוויי וואכן נאכ'ן שידוך, אין י"ד כסלו תרפ"ט, איז פארגעקומען דעם רבינ'ס חתונה אין הויף פון ישיבת תומכי תמימים ליובאוויטש אין ווארשא. אין די חגיגה האבן גענומען א טייל א סאך אדמו"רים און רבנים פון גאנץ פוילן.
די סובייטישע מלוכה האט ניט געלאזט דעם רבינ'ס עלטערן ארויס פון רוסלאנד אויפן חתונה, און זיי האבן געמאכט אין זעלבן צייט א גרויסע חגיגה אין דניפראפעטראווסק. אין די צערעמוניע האבן גענומען א טייל זייער א סאך ידידים און די שמחה איז געווען גרויס, כאטש די חתן וכלה זיינען דארט ניט געווען.
ועגן זיין חתונה'ס טאג האט דער רבי געזאגט:
דאס איז דער טאג וואס מ'האט מיר פארבונדן מיט אייך, און אייך מיט מיר, און צוזאמען וועלן מיר אויסמאטערן די גאולה האמיתית ושלימה
נאכן זיין חתונה, איז דער רבי געוואוינט אויף א קורצע וויילע אין ריגא. זיין נייעם שווער, אדמו"ר הריי"צ, האט אויף אים געווארפן זיך פארבריינגען מיט די חסידים אין שבתות מברכים און אין יומי דפגרא. אויכעט, האט אדמו"ר הריי"צ אנגעהויבן אפשיקן צו עם שאלות אין הלכה, קבלה און חסידות, און האט געווארפן אויף אים פארשידענע תפקידים אין עניני הנהגת החסידים און בכלל.
בערליןעריכה
ערך מורחב – הרבי בברלין |
אין י' שבט תרפ"ט, דער רבי האט אפגעלאזט ריגא און אוועק געפארן קיין בערלין, הויפט שטאט פון דייטשלאנד, דארטן האט ער קובע געווען זיין וואוין-ארט צוזאמען מיט הרבנית חיה מושקא. נאך די הוראה פון זיין שווער, האט דער רבי אנגעהויבן לערנען אקאדעשמישע שטודירן אין בערלינ'ס אוניווערסיטעט.
בשעת זיין זייענדיק אין בערלין, דער רבי איז געפארן אפאר מאל באזוכן זיין שווער, אדמו"ר הריי"צ אין ריגא. אויכעט, אין חודש תשרי תר"צ, ווען אדמו"ר הריי"צ איז געפארן וועגן זיין ערשטן באזוך אין ארה"ב, דער רבי איז געפארן אין זיין שווער'ס הויף אין ריגא, בשליחות פון אדמו"ר הריי"צ, און אנגעפירט די סדרים אין די ליובאוויטשע הויף, כולל אויכעט (זעלבסטפארשטענדליך) די פארבריינגענ'ס מיט די חסידים.
אין ניסן תרצ"ג, נאכן דער שווערער מצב אין דייטשלאנד און די אנטיסעמיטיזם וואס ס'איז אנטפלעקט דארטן, דער רבי און די רבצין האבן אפגעלאזט בערלין און אוועק געפארן אין פאריז. עס איז פארגעקומען נאך אפאר חדשים נאך ווי היטלער ימ"ש איז אנגעהויבן הערשן אויף דייטשלאנד.
פאריזעריכה
ערך מורחב – הרבי בפריז |
אין פאריז, דער רבי האט געזעסן און געלערנט תורה בשעת קיינער קענט ער ניט, אויסער אפאר חסידי חב"ד, הנהגה וואס דער האט מקפיד אויף דערויף פון דער בערלין-צייט. אויסערגעמיינלי, דער רבי האט איבערגעגעבן א וואכנדיקער שיעור אין גמרא אין דער חב"דסקער שול "זיבעצן".
אין צוגאב, נאך א הוראה פון זיין שווער, אדמו"ר הריי"צ, דער רבי האט שטודירן אין די סאָרבּאָן אוניווערסיטעט.
אויך, דער רבי האט מתעסק געווען מיט א גרויססע מסירות אין עניני הכלל, לויט'ן הוראות פון אדמו"ר הריי"צ וואס האט געזעסן יענעם צייט אין פוילן. זעלבן צייט, דער רבי האט אויסגעפירט דער אריבערפירן געלט און דמי מעמד וועלכער זיינען אפעשיקט פון ארצות הברית קיין זיין שווער'ס הויף אין פוילן.
איבערשרייבן דברי חסידותעריכה
דער רבי האט פלעגט דאן איבערשרייבן דברי חסידות לויטן הוראות פון אדמו"ר הריי"צ:
- חוברות 'התמים'
- רייד פון אדמו"ר הריי"צ.
- בריוולעך פון אדמו"ר הריי"צ.
- מפתחות צו ספר התניא.
- מפתחות צו תורה אור און לקוטי תורה.
- צמפתחות צו די מאמרים פון אדמו"ר הרש"ב.
- אנדערע תורה'דיקע קובצים.
אין די צווייטע וועלט'ס-קריג צייטעריכה
ערך מורחב – הצלת הרבי והרבנית |
אין חודש כסלו ת"ש, אגודת חסידי חב"ד אין ארה"ב האט אנגעהויבן, נאכן הוראה פון אדמו"ר הריי"צ, זיך פועל'ן בא די הויכע פענסטער אין די רעגירונג צו באקומען וויזעס פאר זיינע צוויי יונגערע טעכטער (הרבנית און מרת שיינא הארינשטיין), און זייערע מענער (דער רבי און הרמ"מ הכהן הארינשטיין). די בקשה איז אריינגעברענגט געווארן ביי דער אמעריקאנישער קאנסול אופיס אין פאריז. אינעם זעלבן צייט, האבן עסקנים משתדל געווען גיכן די וויזעס ווי מ'קען, אבער נאך דער מלחמה שטאט איז די קאמוניקאציע געווען זייער שלעכט, און מ'האט ניט געקענט ווויסן אין ניו יארק צי דער קאנסול אין פאריז האט באשטעטיגט די וויזעס צו רער רבי ריי"צ'ס קינדער. למעשה, יענעם צייט איז נאך ניט באשטעטיגט.
אין יאר ת"ש, אפאר טעג פאר חג השבועות, (נאכן ווי די דייטשן זיינען שוין אריין אין פראנקרייך און דער רבי האט נאך ניט באקומען די וויזע צו ארצות הברית), דער רבי און די רבצין האבן אפגעלאזט די שטאט און אנטלויפ אין סאות' פראנקרייך, א געגנט וואס די דייטשן האבן נאך ניט געווינען, און פארנאכט שבועות זיינען זיי געקומען אין ווישי. אין ענדע פון זומער ת"ש, האבן זיי דורכגעגאנגען פון וויש קיין די שטאט ניס (ניצאַ), דארטן האבן זיי געוואוינט אכט-ניין מאנאטן, ביז אנפאנג זומער תש"א. אין זעלבן מאמענט, די השתדלות צו באקומען די וויזעס פאר דער רבי ריי"צ'ס קינדער זיינען ממשיך געווען דורכפירן, סיי אין ניס און סיי אין ארצות הברית. אין כ' ניסן תש"א, דער רבי און די רבצין האבן באקומען די וויזעס אין מארסיי, און פון דאן איז דער רבי געוואוינט אין יענע שטאט.
נאכן באקומען די וויזעס, דער רבי און די רבצין זיינען אפגעפארן קיין ליסאבון, פארטוגאל. אין י"ז סיוון תש"א דער רבי און די רבצין זיינען ארויף אויף די שיף "סערפא פינטא" וועלכע איז ארויס פון פורטוגאל, און אין כ"ח סיוון זיינען זיי אנגעקומען קיין די שטאט ניו יארק אין ארצות הברית. אין דעם פּאָרט, האבן געווארט א משלחת פון פון חסידים וואס אדמו"ר הריי"צ האט געשיקט ספעציעל פאר זיי.
אין ארצות הבריתעריכה
ערך מורחב – דעם רבינ'ס באזוך אין פאריז (תש"ז) |
גלייך מיט דעם רבינ'ס אנקומען אין ארצות הברית, האט ער אנגעהייבן ארויס העלפן זיין שווער אין אלע זיינע פעולות, און צום אלעם ערשטן זיין גרויסע מלחמה אויפצומאכן פון אמעריקא א פלאץ פון תורה און חסידות. אין יאר תש"ב, האט זיין שווער אים אויפגעשטעלט א דירעקטאר אויף די מוסדות מרכז לעניני חינוך, מחנה ישראל און הוצאת ספרים קה"ת. אין יאר תש"ג דער האט באקומען די פאזיציע פון דער הויפט רעדאקטאר פון די קה"ת ביכער. אין זעלבע יארן דער האט אויכעט געארבעט אין שיף ינזשעניעריע אין דער אמעריקאנישער נאַווי[5].
אין כ"ה אדר תש"ז, איז ער ארויסגעפארן קיין פאריז צו טרעפן מיט זיין מוטער, הרבנית חנה, דארטן איז געווען דרייי חדשים, און אין כ"ח סיון איז ער צוריק געקומען אין ניו יארק צוזאמען מיט זיין מוטער. זייענדיק אין פאריז, דער רבי האט פארבראכט מיט אנ"ש און די תמימים און האט זיי מעורר געווען וועגן געבן דמי מעמד און וועגן התקשרות צו דער רבי ריי"צ.
קבלת הנשיאותעריכה
די פעולות כדי דער רבי זאל אויפנעמען אויף זיך די נשיאותעריכה
ערך מורחב – קבלת הנשיאות של הרבי |
הערות שולייםעריכה
- ↑ אוצרות ליובאוויטש גליון 29 על פי שנים ראשונות חלק א' עמוד 131. אבער דאך איז ניטא קיין אנדערע ראיות אויף דעם, אדער ידיעות וואס טאקע האט דער רבי גענומען די פארשלאג.
- ↑ זע שלשלת היחס מהדורת תשנ"ג
- ↑ מ'פארציילט, אז פאר די חופה, האט ר' בערל משה שמוטקין געפרעגט דער רבי ריי"צ וואס פאר א מעלות האט דער חתן. האט ער אים געענטפערט: "את בתי נתתי לאיש. ער איז בקי אין בבלי און ירושלמי, ווייסט ראשונים און אחרונים און נאך; פיר א זייגער אינדערפיר שלאפט ער קיינמאל ניט - אדער ער איז נאך נישט געגאנגען שלאפן, אדער ער איז שוין אויפגעשטאנען"[דרוש מקור].
- ↑ צילום מהשיחה תורת מנחם תשי"ד כרך א (י) עמ' 206
- ↑ דער רבי האט דאס באשטעטיגט אין חלוקת דולרים במענה אויף די פראגע פון מאיר מורג פון דער ישראלישער נאווי. דער רבי האט דאס אויכעט מסביר געווען לויט די באוואוסטע חלוקה פון יששכר און זבולון. דער נאווי איז שייך צו דער זבולונ'ס חלק, און דער רבי וואס איז עוסק בתורה איז יששכר. אבער דאך לויטן די חלוקה איז יששכר אינטערעסירט וואס טוט זיך מיט זבולון