יצחק מרדכי פבזנר: הבדלים בין גרסאות בדף

קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
שורה 15: שורה 15:
מהם ניתן ללמוד על אורח החיים החסידיים באותם הימים, ובפרט מחיי העיירה קלימוביץ':
מהם ניתן ללמוד על אורח החיים החסידיים באותם הימים, ובפרט מחיי העיירה קלימוביץ':


]ז' חשוון ה'תשל"ו[
[[ז' חשוון ה'תשל"ו]]


פון ג' חוהמ"ס אי זמיר אויסגיקומען עד היום צוא זיין אין שטוב, און סוכה איז
פון ג' חוהמ"ס אי זמיר אויסגיקומען עד היום צוא זיין אין שטוב, און סוכה איז
שורה 26: שורה 26:
שול, און אויף דיא אנדערע טעג האב איך באַ ווַ יזון ניט גיקיענט.
שול, און אויף דיא אנדערע טעג האב איך באַ ווַ יזון ניט גיקיענט.
ר"ה, איז לעבון מיר, אין שול, גישטאנען איין בחור ממחנכם, ער האט
ר"ה, איז לעבון מיר, אין שול, גישטאנען איין בחור ממחנכם, ער האט
פארשפראכון צוא איבער גיעבון אייך גריס. ציא האט ער דאס גיטאן? אֵ ייך
פארשפראכון צוא איבער גיעבון אייך גריס. ציא האט ער דאס גיטאן? אֵייך<ref>הכוונה לכ"ק אדמו"ר.</ref> שליט"א האט גיגיעבון פאר אונדז.
1 שליט"א האט גיגיעבון פאר אונדז.
האבון מיר באקומען לעקאך וואס דער זיידע<ref>ר' יוסף יצחק הלוי שי' גורעוויטש.</ref> תחי'
האבון מיר באקומען לעקאך וואס דער זיידע
2 תחי'
אייך גאר גרייסון דיינק מיט איין יישר־כח לב"א יוסף־יצחק בנה של חנה
אייך גאר גרייסון דיינק מיט איין יישר־כח לב"א יוסף־יצחק בנה של חנה
פאר זיין טרחה. ס'איז אהנגיקומען בסדר ובשלימות. היינטיקיער סוכות איז
פאר זיין טרחה. ס'איז אהנגיקומען בסדר ובשלימות. היינטיקיער סוכות איז
שורה 73: שורה 71:
אהנשרייבון נאך. איך האב בא אים גילערונט אין חיסלאוויטש.
אהנשרייבון נאך. איך האב בא אים גילערונט אין חיסלאוויטש.


1 .הכוונה לכאדמו"ר.
 
2 .ר' יוסף יצחק הלוי שי' גורעוויטש.
[[כ"ד אד"ר ה'תשל"ו]]
מיט איין פאר וואכון צוריק איז בא אונד'ס גיוועזון צוא גאסט צבי־הירש בר'
זאב־וואלף מאלקין. איך ווייס ניט ציא דוא גידוינקסט זוי, ד.ה. וולפיע דער
שו"ב דקקלימאוויטשי, און זיין זון צבי־הירש.
וולפע און זיין פרוי שרה, זיא איז גיוועזון ר' אברהם־דוד קלימאוויטשערס
)אויך זיין פאמיליע איז פבזנר,( איין לייבלעכע שוועסטער.
איז אלוין ר' התמ' ר' זאב־וואלף וזוגתו
שרה און איין טאכטער זיינען דער פארון
פון קלימאוויטשי ביז פאצעפ, און זיינען
אומגיקומען צוזאמין מיט אונדזערע
עלטערון. און אט טאקיע היינטיקון
זונטאג איז דער טאג פון יארצייט.
ס'איז שוין דורך גיפלויגין דרייסיק פיר
יאר, און דער וויטאק איז נאך אלעס ניט
דורך און זיצט טיף אין הארצון.
דיא הנאה וואס איך האב גיהאט פון
זיין באזוך איז ניט צוא באשרייבון. מיר
האבין זיך דורך גירעט פא דושאם.
דערמאנט אונדזער שטעטעלע
קלימאוויטשי, מיט אירע גאסין און
גיעסעלעך, מיט די אלטע קרומע
הייזקיעס. און אויך דיא, וואס האבון אמאל גילעבט אין זוי, אונדזערע מלמדים,
חברים און גוטע פריינט. ר' זאב וואלף ע"ה איז גיוועזון איין גרויסער גוטער
פריינט מיטן טאטון ע"ה, דאס איז גיוועזון גרויסע גוטע פריינט בחייהם, און גם
במותם לא נפרדו.
ער אלוין צבי־הירש יחי' איז גאר ניט גיווארון איין שוחט אין טביליסי, בא דיא גרוזינער, אונדזערע אחינו בני ישראל דארפון ניט קיין שוחט, זוי האלטון פון "הכל שוחטין". דא איז דאס זויער איין וויכטיקע און נוצליכע פאך. און ער איז ב"ה צופרידן.
 
[[כ"ז סיון ה'תשד"מ]]
אין דיין בריוו שרייבסטע, אז דו וואלסט ווילין וויסון, ווער איז גיווען אונדזער
זיידע יצחק ע"ה.
אויף דעם, על זה היום קיען איך דיר גארנישט ענטפערון. נאר איך האף אז איך
וועל עפעס זיך דערוויסון. און דאן וועל איך דיר מודיע זיין.
וועגון קלימאוויטשי איז פראן זייער פיל וואס צוא שרייבון. און אלעס וואס
איך גידיינק, און ווייס וועל איך זיך משתדל זיין צוא מודיע זיין. קלימאוויטשי,
אונדזער גיבורט־שטאט, איז גיווען איין שטעטול, מיט פינף בתי־מדרשים, 2
חסי', און דראיי מתנג'. אין אלע האט מען פיל גידאוונט און גילערונט. דיא אלטע
חסי' שול איז גיוועזון שטארק אלט. ס'איז גיוועזון איין הילצערנע גיביידע מיט
איינזיהליקיערטע ווענט. נאר דיא ווענט זיינען גיוועזון שיין גימאלט. אין צפון
און דרום זיינען גישטאנען ליינגע, הילצערנע פעסטע טישין, אויף וועלכע מען
האט גילערונט בין מנחה למעריב. אין דרום איז גיווען דער ארט פון אונדזער
טאטון ע"ה. כפי הנרא' גיבליבון בירושה פון זיידון מרדכי ז"ל. אויף דער טיש
איז גיזעסון מיט איין עדה אידון און גילערונט בחול עין־יעקב, אברהם־אשר
ז"ל. דאס איז גיוועזון דעם טאטונס ע"ה איין שוועסטער קינד. ער האט גיקיענט
אסאך לערנען, און האט גיהאט זייער איין שיינעם און גוטין חיתוך־הדיבור.
און איינקיעגון אין דרום האט מען בין מנחה־למעריב גילערונט משניות, און
נאך מעריב האט מען גילערונט איין שיעור גמרא, דאס האט גיזאגט דער מו"צ
דאתרא. הרב מאיר אלייניקאוו, חתנו פון דאס אלטון רב קאפילוישניק. שבת
צוא שלש־סעודות פלעגט ער זאגון איין מאמר. אברהם אשר ז"ל שבת נאך
ווארמעס פלעגט ער לערנען מדרש.
ס'איז גיוועזון זייער אינטיעריעסאנט אין אנגינעם צוא הערון וויא אברהם־
אשר ז"ל פלעגט לערנען עין־יעקב. זיינע צוהערער זיינען גיוועזון וויא מען
פלעגט אמאל זאגון "עמך" בעלי מלאכות, וואס פלעגין זיך אינהערון בלב
ונפש. פלעגין פרעגון לייכטע קשיות, און אברהם־אשר ז"ל מיט זיין גלאטון און
שיינעם צונג פלעגט, אלעס פאר ענטווערון. אין מיין זיכרון זיינען פארבליבון
גאר פיל קשיות וואס מען פלעגט פרעגון און ער פלעגט ענטווערון.
פאר מיר שטייט נאך די בילד פון דיא צוהערער. ס'זיינען גיוועזון גאר פיינע
אידון, וואס פלעגון דראיי מאל אין טאג קומען צום דאווענען. ס'פלעגון זיין
גאר פיל מינים, גאר פריא, דיא וואס פלעגון דארפין גיין צוא דער ארבעט,
שפעטער קרעמער און סלוזעסצע ועוד כאלו. יעצט איז שוין דער מקום קדוש  קטן ניטא, ס'איז אפילו שווער צוא דערקיענען דעם ארט ווא ער איז גישטונען.
בימי השואה האט ער אפגיברענט. און יעצט איז דארטון איין הוילער פלאץ. און
אפשר האט מען עפעס אויסגעבויט פאר דיא יארון וואס איך בין דארטון ניט
גיווען. מיר וואלט זיך זייער וועלון צופארן נאך אמאל אויף קברי אבות, נאר
ס'איז זייער שווער רעשען זיך אויף אזא זאך. מה שיעשה הזמן לא יעשה השכל.
אפשר וועט מיר ווערון גרינגער, און איך וועל יע קיענען פארון.
אביסול וויל איך ארום שרייבון איין שמחת־תורה. נהגו אז בא דער נאכט
פלעגט מען לייענען, און דאס האט זיך אנגירופון נדרים. יעדערער וואס פלעגט
עולה־תורה זיין פלעגט מנדר זיין אויך קיעראסין, צוא באלאייכטון די שול.
קיין עליעקטריש פאיער איז ניט גיווען, ס'זיינען גיפאנגען לאמפון 20-קיער און
מערער, וואס האבון ניט באלויכטון דיא שול. און דיא טישין.
דער ערשטער טאג ד.ה. א' סוכות פלעגט מען גיין מאכון ברכה צוא דער מומע
אסתר ע"ה.
 
מען פלעגט אפגיעבון כבוד דער עלטער שוועסטער. דעם צוויטון טאג פלעגט
מען גיין צוא דער מומע שיינע־בתי' ע"ה. און צוא אונדז שמיני עצרת.
אט אזא סדר איז גיווען. מען פלעגט באקון טארטון מיט לעקעכער, ג"כ
איינגימאכטס, טייגלעך און נאך גאר פיל מעדנים. בפעם השני אשתדל צוא
ארום־שרייבון ס'ווירעליער גאס, דא איז דיא גאס ווא מיר האבון גילעבט.
ובזה אני מסיים. ביטע פערצייהונג פאר מיינע פלוידעראוף.
 
איער יצחק־מרדכי.