עריכת הדף "
משתמש:באלייכטן הכי גדול/חב"דפדיע: כ"ק אדמו"ר נשי"ד
"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אזהרה:
אינכם מחוברים לחשבון. כתובת ה־IP שלכם תוצג בפומבי אם תבצעו עריכות כלשהן. אם
תיכנסו לחשבון
או
תיצרו חשבון
, העריכות שלכם תיוחסנה לשם המשתמש שלכם ותקבלו גם יתרונות אחרים.
בדיקת אנטי־ספאם.
אין
למלא שדה זה!
{{דמות לעריכות באידיש |נאמען=רבי מנחם מענדל שניאורסאהן |כינוי=דער ליובאוויטשער רבי |תמונה=לערך הרבי שליט"א.png |תואר=דער זיבעטער[[אדמו"ר]] אין די דינאסטיע פון [[אדמו"רי חב"ד]] |געבורט'ס טאג=[[י"א בניסן]] [[תרס"ב]] |געבורט'ס ארט=[[ניקולייב|ניקאלָאיאוו]], [[רוסיה|צאַרישן רוסלאנד]] |טעטיקייט'ס ארט=[[ארצות הברית]] |נאך תפקידים= |זיינע רבנים=[[לוי יצחק שניאורסון (אב אדמו"ר שליט"א)|רבי לוי יצחק שניאורסאהן]], [[אדמו"ר הריי"צ]] |זיינע תלמידים=[[חסידי חב"ד]] ארום דער גאנצער וועלט |זיינע חיבורים=זע לקמן ביים פסקא - [[אדמו"ר שליט"א#תורתו ומשנתו|תורתו ומשנתו]] |זיין ווייב=הרבנית [[חיה מושקא שניאורסון|חיה מושקא שניאורסאהן]] |פאטער=הרב [[לוי יצחק שניאורסון (אב אדמו"ר שליט"א)|לוי יצחק שניאורסאהן]] |מוטער=הרבנית [[חנה שניאורסון|חנה שניאורסאהן]] |שייך צו= }} רבי '''מנחם מענדל שניאורסאהן''' (ווערט אנגערופן אויך '''דער ליובאוויטשער רבי''' און ביי חסידי חב"ד '''דער רבי'''), געבוירן געווארן אין יאר [[תרס"ב]], איז א גייסטיקער וועלטישער מנהיג, און זיין השפעה ארום דער גאנצער וועלט, און בפרט ביים אידישן פאלק. דער זיבעטער [[נשיא]] פון [[חסידות חב"ד]], און ווערט אויסגערעכנט אלץ [[מלך המשיח]] וואס וועט גואל זיין דעם עם אין די [[גאולה האמיתית והשלימה]]. צווישן זיינע באוואוסטע פעולות, איז די תנועה פון [[שליחות]], און אויך די [[עשרת המבצעים]] וואס ער האט געגרינדעט, מיט א כוונה זיך בריינגען די יידישקייט צו יעדער אידן, בכל קצווי תבל. אין זיינע פעולות, רייד און השפעה שטרעכט זיך אונטער די דערווארטונג אויף [[משיח]] און די פעולות צו גיכן די [[גאולה]]. אין [[ג' תמוז]] [[תשנ"ד]], האט דער רבי פארשווינדן געווארן מעיני בשר ודם, אבער די חסידים זיינען נאך מאמינים אין די נצחיות פון זיין טעטיקייט אין דעם עוה"ז הגשמי, ואדרבה ביתר שאת ויתר עז. צווישן [[חסידי חב"ד]] זיינען דא פארשידענע דעות וועגן דעם ענין, אבער דאך רובם ככולם גלויבן אז דאס א טייל פון חבלי משיח און ווארטן אויף די התגלות פון משיח צדקנו בב"א. ==לעבנ'ס געשיכטע== ===געבורט און יוגנד=== דער רבי איז געבוירן געווארן פרייטיג, [[י"א ניסן]] [[תרס"ב]] (אפריל 18, 1902 [[למניינם]]), אין די רוסישע-אוקראיינישע [[עיירה|שטעטל]] [[ניקולייב|ניקאלאיאוו]], צו זיינע עלטערן הרב ר' [[לוי יצחק שניאורסאהן (אב אדמו"ר שליט"א)|לוי יצחק]] און הרבנית [[חנה שניאורסון|חנה שניאורסאהן]], א טאכטער פון הרב [[מאיר שלמה ינובסקי|מאיר שלמה יאנאווסקי]], דער רב פון ניקאלאיאוו. אין [[י"ח ניסן]], חול המועד פסח, איז געווען די [[ברית מילה]] פון דעם [[רבי]]'ן. די סעודת מצווה איז געווען אין ביי דעם רבינ'ס זיידנ'ס ([[מאיר שלמה ינובסקי|הרב יאנאווסקי]]) הויז, און סאך [[יהודים|אידן]] פון די גאנצע שטאט האבן גענומען טייל אין די חגיגה. בשעת די סעודה האבן דעם רבינ'ס זיידעס און טאטע געדרשנ'ט, און דער לעצטער מקשר געווען ע"פ [[קבלה]] צווישן די ברית און זיין געבורט'ס טאג וואס איז אויסגעקומען יענעם טאג. גער רבי איז אנגערופן מיט'ן נאמען "מנחם מענדל", נאכן דעם זיידנ'ס זייע, כ"ק [[אדמו"ר הצמח צדק]]. אזוי ווי אין יאר [[תרס"ט]] איז דעם רבינ'ס טאטע'ן געווארן דער הויפט רב פון [[דנייפרופטרובסק|דניפראפעטראבסק]] (געוועזן [[יקטרינוסלב|יעקאטרינאסלאוו]]), איז די פאמיליע דארטן אריבערגעפארן. שוין אויף יוגנסט איז דער רבי שוין באוואוסט מיט זיין מופלא'דיקע זכרון און שקידה. ער האט משקיע געווען זיין צייט אין א טיפן לערנען פון גאנץ חלקי התורה; [[נגלה]] און [[נסתר]], בשעת דער גרויסער טייל פון די הדרכה אין דעם האט ער באקומען בעיקר פון זיין הייליגן פאטער. דער רבי האט מתאר געווען זיינע קינדער יארן אלץ א צייט וואס דאן האט ער באקומען זיין וועלט-מייינונג, וואס איר האט ער דורכגעפירט ביי לעצטיגע יאהרן, און בעיקר זייענדיק א [[רבי]]. אין א זעלטן בריוו צו מר [[יצחק בן צבי]], דער רבי שרייבט וועגן זיין שטימונג אלץ א קינד: {{ציטוט|מרכאות=כן|אנגלית= |מקור=א בריוו פון יאר [[תשט"ז]] צו מר [[יצחק בן צבי]] |תוכן=מיום הלכי ל'חדר' ועוד קודם לזה, :התחיל להתרקם בדמיוני ציור ה[[גאולה]] העתידה - :גאולת [[עם ישראל]] מ[[גלות]]ו האחרונה - :::גאולה כזו באופן כזה, שעל-ידה יהיו מובנים ייסורי הגלות, הגזרות והשמדות.}} אין יאר [[תר"פ]], זייענדיק נאר 18 יאר אלט, האט ער אויפגענומען אלץ א רב אין איינער פון די שולן אין די שטאט{{הערה|1= [https://col.org.il/files/uploads/original/2021/10/6175838e2fcfa_1635091342.pdf אוצרות ליובאוויטש גליון 29] על פי [[שנים ראשונות]] חלק א' עמוד 131. אבער דאך איז ניטא קיין אנדערע ראיות אויף דעם, אדער ידיעות וואס טאקע האט דער רבי גענומען די פארשלאג.}}. אין יאר [[תרפ"ג]], האט דער רבי [[המסע לקיסלבודסק (תרפ"ג)|געטראפן]] ערשטנ'ס מיט זיין צונויפטיקער שווער, [[אדמו"ר הריי"צ]], בשעת שפעטער איז ער אריין זיך פארנומען מיט אים אין זיין טעטיקייט אין עסקנות ציבורית, ממלא געווען פארשידענע וויכטיגע תפקידים אין אלערליי תחומים, און געשטאנען צו זיין רעכטן האנט אין זייןן באוואוסטע קריג אויף קדשי מצוות און דת ישראל אין [[רוסיה הקומוניסטית|קאמאניסטישן רוסלאנד]]. אין זעלבן תקופה האט דער [[אדמו"ר הריי"צ|רבי ריי"צ]] אים אנגערופן אלץ זיין "השכלה מיניסטער"{{הערה|זע [[שלשלת היחס]] מהדורת [[תשנ"ג]]}}. בשעת [[אדמו"ר הריי"צ]] איז ארעסטירט, דער רבי איז געווען פון די הויפט פירער פון זיין הצלה. נאכן מ'האט עם באפרייט, [[אדמו"ר הריי"צ]] איז אוועק געפארן אין [[מלחובקה|מאלאכאווקע]], און נאר יחידי סגולה פון די [[חסידים]] האבן געהאט רשות צו זיין דארטן. צווישן זיי, איז געווען אויך דער רבי, וועלכער ס'איז איינגעלאדענער'ט צום דער [[אדמו"ר הריי"צ|רבי ריי"צ]], און א גאנצע טעג נאכאנאנד האבן זיי געשמועסט יעדן טאג פאר לאנגע שעות. אין [[חודש תשרי]] [[תרפ"ח]], איז דער רבי געווען ביי זיינע עלטערנ'ס הויז און האט זי באזוכט, און נאכן [[חג הסוכות]] האט זיין מוטער געפארן מיט אים ביז [[לנינגרד|לענינגראד]]. פון דארט'ן, איז דער רבי [[יציאת הרבי הריי"צ מרוסיה|ארויסגעפארן]] פון [[רוסיה|רוסלאנד]], צוזאמען מיט דער צונויפטיקער שווער, [[אדמו"ר הריי"צ]], און מיט אלע זיינע בני בית. נאר די חתונה איז פארהאלטן מצד מאנגל פון מיטל, און דעריבער האט מען באשלאסן זאל דער רבי אוועק פארן צו א אנדערע שטאט, און אין [[חודש טבת]] יענעם יאר איז דער רבי אוועק געפארןן קיין [[ברלין|בערלין]], [[גרמניה|דייטשלאנד]]. ===זיין חתונה=== {{ערך מורחב|חתונת אדמו"ר שליט"א}} אין [[ו' כסלו]] [[תרפ"ט]], איז דער רבי אריינגעקומען אין שידוך מיט מרת [[חיה מושקא שניאורסון (אשת אדמו"ר שליט"א)|חיה מושקא שניאורסאהן]], די טאטכטער פון [[אדמו"ר הריי"צ]]. די חגיגה פון קישורי התנאים איז פארגעקומען אין [[ריגא]]{{הערה|מ'פארציילט, אז פאר די חופה, האט ר' [[בערל משה שמוטקין]] געפרעגט דער [[הרבי הריי"צ|רבי ריי"צ]] וואס פאר א מעלות האט דער חתן. האט ער אים געענטפערט: "את בתי נתתי לאיש. ער איז בקי אין [[בבלי]] און [[ירושלמי]], ווייסט ראשונים און אחרונים און נאך; פיר א זייגער אינדערפיר שלאפט ער קיינמאל ניט - אדער ער איז נאך נישט געגאנגען שלאפן, אדער ער איז שוין אויפגעשטאנען"{{מקור}}.}}. אין [[שבת]] [[פרשת ויצא]], [[י"א כסלו]], איז געווען דער '[[שבת חתן|אויפרופעניש]]' ביים [אדמו"ר הריי"צ]]'ס מנין. צוויי וואכן נאכ'ן שידוך, אין [[י"ד כסלו]] [[תרפ"ט]], איז פארגעקומען דעם רבינ'ס חתונה אין הויף פון ישיבת [[תומכי תמימים ורשה|תומכי תמימים ליובאוויטש אין ווארשא]]. אין די חגיגה האבן גענומען א טייל א סאך אדמו"רים און רבנים פון גאנץ [[פולין|פוילן]]. די סובייטישע מלוכה האט ניט געלאזט דעם רבינ'ס עלטערן ארויס פון [[רוסיה|רוסלאנד]] אויפן חתונה, און זיי האבן געמאכט אין זעלבן צייט א גרויסע חגיגה אין [[דנייפרופטרובסק|דניפראפעטראווסק]]. אין די צערעמוניע האבן גענומען א טייל זייער א סאך ידידים און די שמחה איז געווען גרויס, כאטש די חתן וכלה זיינען דארט ניט געווען. ועגן זיין חתונה'ס טאג האט דער רבי געזאגט:{{ציטוט|מרכאות=כן| |מקור=די רייד וואס דער רבי האט געזאגט אינעם 25 יובילעייאום'ס חגיגה פון זיין חתונה, [[י"ד כסלו]] [[תשי"ד]] {{הערה|1=[http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=15882&pgnum=231 צילום מהשיחה] {{PDF}} תורת מנחם [[תשי"ד]] כרך א (י) עמ' 206}} |תוכן=דאס איז דער טאג וואס מ'האט מיר פארבונדן מיט אייך, און אייך מיט מיר, און צוזאמען וועלן מיר אויסמאטערן די [[גאולה]] האמיתית ושלימה}} נאכן זיין חתונה, איז דער רבי געוואוינט אויף א קורצע וויילע אין [[ריגא]]. זיין נייעם שווער, [[אדמו"ר הריי"צ]], האט אויף אים געווארפן זיך פארבריינגען מיט די [[חסידים]] אין [[שבת מברכים|שבתות מברכים]] און אין יומי דפגרא. אויכעט, האט [[אדמו"ר הריי"צ]] אנגעהויבן אפשיקן צו עם שאלות אין [[הלכה]], [[קבלה]] און [[חסידות]], און האט געווארפן אויף אים פארשידענע תפקידים אין עניני הנהגת החסידים און בכלל. ===בערלין=== {{ערך מורחב|ערך=[[הרבי בברלין]]}} [[קובץ:הרבי צרפת.jpg|שמאל|ממוזער|200px|דער רבי אין פאריז, בערך [[תרצ"ז]]]] [[קובץ:תשב.JPG|שמאל|ממוזער|200px|דער רבי, נאכן אנקומען קיין [[ארה"ב]], מיט [[אדמו"ר הריי"צ]], [[תש"ב]]]] אין [[י' שבט]] [[תרפ"ט]], דער רבי האט אפגעלאזט [[ריגא]] און אוועק געפארן קיין [[ברלין|בערלין]], הויפט שטאט פון [[גרמניה|דייטשלאנד]], דארטן האט ער קובע געווען זיין וואוין-ארט צוזאמען מיט הרבנית [[חיה מושקא שניאורסון (אשת אדמו"ר שליט"א)|חיה מושקא]]. נאך די הוראה פון זיין שווער, האט דער רבי אנגעהויבן לערנען אקאדעשמישע שטודירן אין בערלינ'ס אוניווערסיטעט. בשעת זיין זייענדיק אין בערלין, דער רבי איז געפארן אפאר מאל באזוכן זיין שווער, [[אדמו"ר הריי"צ]] אין [[ריגא]]. אויכעט, אין [[חודש תשרי]] [[תר"צ]], ווען [[אדמו"ר הריי"צ]] איז געפארן וועגן זיין ערשטן באזוך אין [[ארה"ב]], דער רבי איז געפארן אין זיין שווער'ס הויף אין ריגא, בשליחות פון [[אדמו"ר הריי"צ]], און אנגעפירט די סדרים אין די ליובאוויטשע הויף, כולל אויכעט (זעלבסטפארשטענדליך) די פארבריינגענ'ס מיט די חסידים. [[קובץ:בצעירותו.jpg|שמאל|ממוזער|200px|דער רבי אין צייט פון שטודירן אין די אוניבערסיטעט]] אין [[ניסן]] [[תרצ"ג]], נאכן דער שווערער מצב אין [[גרמניה|דייטשלאנד]] און די אנטיסעמיטיזם וואס ס'איז אנטפלעקט דארטן, דער רבי און די רבצין האבן אפגעלאזט בערלין און אוועק געפארן אין [[פריז|פאריז]]. עס איז פארגעקומען נאך אפאר חדשים נאך ווי היטלער ימ"ש איז אנגעהויבן הערשן אויף [[גרמניה|דייטשלאנד]]. ===פאריז=== {{ערך מורחב|ערך=[[הרבי בפריז]]}} אין פאריז, דער רבי האט געזעסן און געלערנט [[לימוד התורה|תורה]] בשעת קיינער קענט ער ניט, אויסער אפאר חסידי חב"ד, הנהגה וואס דער האט מקפיד אויף דערויף פון דער בערלין-צייט. אויסערגעמיינלי, דער רבי האט איבערגעגעבן א וואכנדיקער שיעור אין גמרא אין דער חב"דסקער שול "זיבעצן". אין צוגאב, נאך א הוראה פון זיין שווער, [[אדמו"ר הריי"צ]], דער רבי האט שטודירן אין די סאָרבּאָן אוניווערסיטעט. אויך, דער רבי האט מתעסק געווען מיט א גרויססע מסירות אין עניני הכלל, לויט'ן הוראות פון אדמו"ר הריי"צ וואס האט געזעסן יענעם צייט אין פוילן. זעלבן צייט, דער רבי האט אויסגעפירט דער אריבערפירן געלט און [[דמי מעמד]] וועלכער זיינען אפעשיקט פון [[ארצות הברית]] קיין זיין שווער'ס הויף אין פוילן. ====איבערשרייבן דברי חסידות==== דער רבי האט פלעגט דאן איבערשרייבן דברי חסידות לויטן הוראות פון [[אדמו"ר הריי"צ]]: *חוברות '[[התמים]]' *[[שיחות|רייד]] פון אדמו"ר הריי"צ. *בריוולעך פון אדמו"ר הריי"צ. *מפתחות צו [[ספר התניא]]. *מפתחות צו [[תורה אור]] און [[לקוטי תורה]]. *צמפתחות צו די מאמרים פון [[אדמו"ר הרש"ב]]. *אנדערע תורה'דיקע קובצים. ===אין די צווייטע וועלט'ס-קריג צייט=== {{ערך מורחב|ערך=[[הצלת הרבי והרבנית]]}} [[קובץ:שחמט.jpg|שמאל|ממוזער|250px|דער רבי שפילט [[שחמט|שאַח]] מט אדמו"ר הריי"צ אין די היילונג שטעטל [[פרכטולדסדורף|פערכטאלסדארף]] אין יאהר [[תרצ"ז]]]] [[קובץ:Ship.jpg|שמאל|ממוזער|250px|די שיף 'סערפּאַ פינטאָ', וואס אויף איר האבן דער רבי און [[חיה מושקא שניאורסון (אשת אדמו"ר שליט"א)|די רבצין]] האבן אפגעפארן פון פאָרטוגאַל קיין [[ניו יורק]]]] אין [[חודש כסלו]] [[ת"ש]], [[אגודת חסידי חב"ד בארה"ב|אגודת חסידי חב"ד אין ארה"ב]] האט אנגעהויבן, נאכן הוראה פון [[אדמו"ר הריי"צ]], זיך פועל'ן בא די הויכע פענסטער אין די רעגירונג צו באקומען וויזעס פאר זיינע צוויי יונגערע טעכטער ([[חיה מושקא שניאורסון (אשת אדמו"ר שליט"א)|הרבנית]] און מרת [[שיינא הורנשטיין|שיינא הארינשטיין]]), און זייערע מענער (דער רבי און [[מנחם מענדל הורנשטיין|הרמ"מ הכהן הארינשטיין]]). די בקשה איז אריינגעברענגט געווארן ביי דער אמעריקאנישער קאנסול אופיס אין פאריז. אינעם זעלבן צייט, האבן עסקנים משתדל געווען גיכן די וויזעס ווי מ'קען, אבער נאך דער מלחמה שטאט איז די קאמוניקאציע געווען זייער שלעכט, און מ'האט ניט געקענט ווויסן אין ניו יארק צי דער קאנסול אין פאריז האט באשטעטיגט די וויזעס צו רער רבי ריי"צ'ס קינדער. למעשה, יענעם צייט איז נאך ניט באשטעטיגט. אין יאר [[ת"ש]], אפאר טעג פאר [[חג השבועות]], (נאכן ווי די דייטשן זיינען שוין אריין אין פראנקרייך און דער רבי האט נאך ניט באקומען די וויזע צו [[ארצות הברית]]), דער רבי און די רבצין האבן אפגעלאזט די שטאט און אנטלויפ אין סאות' פראנקרייך, א געגנט וואס די דייטשן האבן נאך ניט געווינען, און פארנאכט שבועות זיינען זיי געקומען אין ווישי. אין ענדע פון זומער ת"ש, האבן זיי דורכגעגאנגען פון וויש קיין די שטאט ניס (ניצאַ), דארטן האבן זיי געוואוינט אכט-ניין מאנאטן, ביז אנפאנג זומער [[תש"א]]. אין זעלבן מאמענט, די השתדלות צו באקומען די וויזעס פאר דער רבי ריי"צ'ס קינדער זיינען ממשיך געווען דורכפירן, סיי אין ניס און סיי אין ארצות הברית. אין [[כ' ניסן]] [[תש"א]], דער רבי און די רבצין האבן באקומען די וויזעס אין מארסיי, און פון דאן איז דער רבי געוואוינט אין יענע שטאט. נאכן באקומען די וויזעס, דער רבי און די רבצין זיינען אפגעפארן קיין ליסאבון, פארטוגאל. אין [[י"ז סיוון]] [[תש"א]] דער רבי און די רבצין זיינען ארויף אויף די שיף "סערפא פינטא" וועלכע איז ארויס פון פורטוגאל, און אין [[כ"ח סיוון]] זיינען זיי אנגעקומען קיין די שטאט [[ניו יורק|ניו יארק]] אין ארצות הברית. אין דעם פּאָרט, האבן געווארט א משלחת פון פון [[חסידים]] וואס [[אדמו"ר הריי"צ]] האט געשיקט ספעציעל פאר זיי. ===אין ארצות הברית=== {{ערך מורחב|ערך=[[ביקור הרבי בפריז (תש"ז)|דעם רבינ'ס באזוך אין פאריז (תש"ז)]]}} גלייך מיט דעם רבינ'ס אנקומען אין ארצות הברית, האט ער אנגעהייבן ארויס העלפן זיין שווער אין אלע זיינע פעולות, און צום אלעם ערשטן זיין גרויסע מלחמה אויפצומאכן פון אמעריקא א פלאץ פון [[תורה]] און [[חסידות]]. אין יאר [[תש"ב]], האט זיין שווער אים אויפגעשטעלט א דירעקטאר אויף די מוסדות [[מרכז לעניני חינוך]], [[מחנה ישראל]] און [[הוצאת ספרים קה"ת]]. אין יאר [[תש"ג]] דער האט באקומען די פאזיציע פון דער הויפט רעדאקטאר פון די קה"ת ביכער. אין זעלבע יארן דער האט אויכעט געארבעט אין שיף ינזשעניעריע אין דער אמעריקאנישער נאַווי{{הערה|דער רבי האט דאס באשטעטיגט אין [[חלוקת דולרים]] במענה אויף די פראגע פון מאיר מורג פון דער ישראלישער נאווי. דער רבי האט דאס אויכעט מסביר געווען לויט די באוואוסטע חלוקה פון יששכר און זבולון. דער נאווי איז שייך צו דער זבולונ'ס חלק, און דער רבי וואס איז עוסק בתורה איז יששכר. אבער דאך לויטן די חלוקה איז יששכר אינטערעסירט וואס טוט זיך מיט זבולון}}. אין [[כ"ה אדר]] [[תש"ז]], איז ער ארויסגעפארן קיין פאריז צו טרעפן מיט זיין מוטער, [[חנה שניאורסון|הרבנית חנה]], דארטן איז געווען דרייי חדשים, און אין [[כ"ח סיון]] איז ער צוריק געקומען אין [[ניו יורק|ניו יארק]] צוזאמען מיט זיין מוטער. זייענדיק אין פאריז, דער רבי האט פארבראכט מיט אנ"ש און די תמימים און האט זיי מעורר געווען וועגן געבן דמי [[מעמד]] און וועגן [[התקשרות]] צו דער רבי ריי"צ. ===קבלת הנשיאות=== ====די פעולות כדי דער רבי זאל אויפנעמען אויף זיך די נשיאות==== {{ערך מורחב|ערך=קבלת הנשיאות של הרבי|דער רבינ'ס קבלת הנשיאות}} ==הערות שוליים==
תקציר:
לתשומת ליבך: תרומתך לאתר חב"דפדיה תפורסם לפי תנאי הרישיון GNU Free Documentation License 1.2 (אפשר לעיין בדף
חב"דפדיה:זכויות יוצרים
לפרטים נוספים). אם אינך רוצה שעבודתך תהיה זמינה לעריכה על־ידי אחרים, שתופץ לעיני כול, ושאחרים יוכלו להעתיק ממנה תוך ציון המקור – אין לפרסם אותה פה.
כמו־כן, שמירת העריכה משמעה הבטחה שכתבת את הטקסט הזה בעצמך או העתקת אותו ממקור בנחלת הכלל (שאינו מוגבל בזכויות יוצרים) או מקור חופשי דומה.
אין לשלוח חומר מוגבל בזכויות יוצרים ללא רשות!
ביטול
עזרה בעריכה
(נפתח בחלון חדש)
תבניות המופיעות בדף זה:
תבנית:PDF
(
עריכה
)
תבנית:דמות לעריכות באידיש
(
עריכה
)
תבנית:הערה
(
הצגת מקור
) (מוגנת חלקית)
תבנית:הערה/קוד
(
עריכה
)
תבנית:הפניה לערך מורחב
(
עריכה
)
תבנית:הפניה לערך מורחב/קוד
(
עריכה
)
תבנית:מקור
(
עריכה
)
תבנית:ערך מורחב
(
עריכה
)
תבנית:ציטוט
(
עריכה
)
תבנית:קטגוריה בתבנית
(
עריכה
)
תבנית:שורה אחת
(
עריכה
)
יחידה:Arguments
(
עריכה
)
יחידה:PV-options
(
עריכה
)
יחידה:ParamValidator
(
עריכה
)
יחידה:הערה
(
עריכה
)
יחידה:פרמטרים
(
עריכה
)
תפריט ניווט
כלים אישיים
לא בחשבון
שיחה
תרומות
יצירת חשבון
כניסה לחשבון
מרחבי שם
דף משתמש
שיחה
עברית
צפיות
קריאה
עריכה
עריכת קוד מקור
גרסאות קודמות
עוד
ניווט
עמוד ראשי
ברוכים הבאים
אולם דיונים
לוח מודעות
שינויים אחרונים
ערך אקראי
דיווח על טעות
עזרה
חב"דפדיה להורדה
צור קשר/תרומה
פורטלים
נשיאי חב"ד
ימי חב"ד
גאולה ומשיח
תורת החסידות
תורת הנגלה
ניגוני חב"ד
ספרות חב"ד
בית רבי
אישי חב"ד
הפצת המעיינות
קישורים
חב"ד אינפו
ארכיון גאולה ומשיח
כלים
דפים המקושרים לכאן
שינויים בדפים המקושרים
תרומות המשתמש
יומנים
צפייה בהרשאות המשתמש
דפים מיוחדים
מידע על הדף