161
עריכות
אין תקציר עריכה |
אין תקציר עריכה |
||
שורה 19: | שורה 19: | ||
אין [[ג' תמוז]] [[תשנ"ד]], האט דער רבי פארשווינדן געווארן מעיני בשר ודם, אבער די חסידים זיינען נאך מאמינים אין די נצחיות פון זיין טעטיקייט אין דעם עוה"ז הגשמי, ואדרבה ביתר שאת ויתר עז. צווישן [[חסידי חב"ד]] זיינען דא פארשידענע דעות וועגן דעם ענין, אבער דאך רובם ככולם גלויבן אז דאס א טייל פון חבלי משיח און ווארטן אויף די התגלות פון משיח צדקנו בב"א. | אין [[ג' תמוז]] [[תשנ"ד]], האט דער רבי פארשווינדן געווארן מעיני בשר ודם, אבער די חסידים זיינען נאך מאמינים אין די נצחיות פון זיין טעטיקייט אין דעם עוה"ז הגשמי, ואדרבה ביתר שאת ויתר עז. צווישן [[חסידי חב"ד]] זיינען דא פארשידענע דעות וועגן דעם ענין, אבער דאך רובם ככולם גלויבן אז דאס א טייל פון חבלי משיח און ווארטן אויף די התגלות פון משיח צדקנו בב"א. | ||
==לעבנ'ס געשיכטע== | |||
===געבורט און יוגנד=== | |||
דער רבי איז געבוירן געווארן פרייטיג, [[י"א ניסן]] [[תרס"ב]] (אפריל 18, 1902 [[למנינם]]), אין די רוסישע-אוקראיינישע [[עיירה|שטעטל]] [[ניקולייב|ניקאלאיאוו]], צו זיינע עלטערן הרב ר' [[לוי יצחק שניאורסאהן (אב אדמו"ר שליט"א)|לוי יצחק]] און הרבנית [[חנה שניאורסאהן]], א טאכטער פון הרב [[מאיר שלמה ינובסקי|מאיר שלמה יאנאווסקי]], דער רב פון ניקאלאיאוו. | |||
אין [[י"ח ניסן]], חול המועד פסח, איז געווען די [[ברית מילה]] פון דעם [[רבי]]'ן. די סעודת מצווה איז געווען אין ביי דעם רבינ'ס זיידנ'ס ([[מאיר שלמה ינובסקי|הרב יאנאווסקי]]) הויז, און סאך [[יהודים|אידן]] פון די גאנצע שטאט האבן גענומען טייל אין די חגיגה. בשעת די סעודה האבן דעם רבינ'ס זיידעס און טאטע געדרשנ'ט, און דער לעצטער מקשר געווען ע"פ [[קבלה]] צווישן די ברית און זיין געבורט'ס טאג וואס איז אויסגעקומען יענעם טאג. גער רבי איז אנגערופן מיט'ן נאמען "מנחם מענדל", נאכן דעם זיידנ'ס זייע, כ"ק [[אדמו"ר הצמח צדק]]. | |||
אזוי ווי אין יאר [[תרס"ט]] איז דעם רבינ'ס טאטע'ן געווארן דער הויפט רב פון [[דנייפרופטרובסק|דניפראפעטראבסק]] (געוועזן [[יקטרינוסלב|יעקאטרינאסלאוו]]), איז די פאמיליע דארטן אריבערגעפארן. | |||
שוין אויף יוגנסט איז דער רבי שוין באוואוסט מיט זיין מופלא'דיקע זכרון און שקידה. ער האט משקיע געווען זיין צייט אין א טיפן לערנען פון גאנץ חלקי התורה; [[נגלה]] און [[נסתר]], בשעת דער גרויסער טייל פון די הדרכה אין דעם האט ער באקומען בעיקר פון זיין הייליגן פאטער. דער רבי האט מתאר געווען זיינע קינדער יארן אלץ א צייט וואס דאן האט ער באקומען זיין וועלט-מייינונג, וואס איר האט ער דורכגעפירט ביי לעצטיגע יאהרן, און בעיקר זייענדיק א [[רבי]]. אין א זעלטן בריוו צו מר [[יצחק בן צבי]], דער רבי שרייבט וועגן זיין שטימונג אלץ א קינד: | |||
{{ציטוט|מרכאות=כן|אנגלית= | |||
|מקור=א בריוו פון יאר [[תשט"ז]] צו מר [[יצחק בן צבי]] | |||
|תוכן=מיום הלכי ל'חדר' ועוד קודם לזה, | |||
:התחיל להתרקם בדמיוני ציור ה[[גאולה]] העתידה - | |||
:גאולת [[עם ישראל]] מ[[גלות]]ו האחרונה - | |||
:::גאולה כזו באופן כזה, שעל-ידה יהיו מובנים ייסורי הגלות, הגזרות והשמדות.}} | |||
אין יאר [[תר"פ]], זייענדיק נאר 18 יאר אלט, האט ער אויפגענומען אלץ א רב אין איינער פון די שולן אין די שטאט{{הערה|1= | |||
[https://col.org.il/files/uploads/original/2021/10/6175838e2fcfa_1635091342.pdf אוצרות ליובאוויטש גליון 29] על פי [[שנים ראשונות]] חלק א' עמוד 131. אבער דאך איז ניטא קיין אנדערע ראיות אויף דעם, אדער ידיעות וואס טאקע האט דער רבי גענומען די פארשלאג.}}. | |||
אין יאר [[תרפ"ג]], האט דער רבי [[המסע לקיסלבודסק (תרפ"ג)|געטראפן]] ערשטנ'ס מיט זיין צונויפטיקער שווער, [[אדמו"ר הריי"צ]], בשעת שפעטער איז ער אריין זיך פארנומען מיט אים אין זיין טעטיקייט אין עסקנות ציבורית, ממלא געווען פארשידענע וויכטיגע תפקידים אין אלערליי תחומים, און געשטאנען צו זיין רעכטן האנט אין זייןן באוואוסטע קריג אויף קדשי מצוות און דת ישראל אין [[רוסיה הקומוניסטית|קאמאניסטישן רוסלאנד]]. אין זעלבן תקופה האט דער [[אדמו"ר הריי"צ|רבי ריי"צ]] אים אנגערופן אלץ זיין "השכלה מיניסטער"{{הערה|זע [[שלשלת היחס]] מהדורת [[תשנ"ג]]}}. בשעת [[אדמו"ר הריי"צ]] איז ארעסטירט, דער רבי איז געווען פון די הויפט פירער פון זיין הצלה. נאכן מ'האט עם באפרייט, [[אדמו"ר הריי"צ]] איז אוועק געפארן אין [[מלחובקה|מאלאכאווקע]], און נאר יחידי סגולה פון די [[חסידים]] האבן געהאט רשות צו זיין דארטן. צווישן זיי, איז געווען אויך דער רבי, וועלכער ס'איז איינגעלאדענער'ט צום דער [[אדמו"ר הריי"צ|רבי ריי"צ]], און א גאנצע טעג נאכאנאנד האבן זיי געשמועסט יעדן טאג פאר לאנגע שעות. | |||
אין [[חודש תשרי]] [[תרפ"ח]], איז דער רבי געווען ביי זיינע עלטערנ'ס הויז און האט זי באזוכט, און נאכן [[חג הסוכות]] האט זיין מוטער געפארן מיט אים ביז [[לנינגרד|לענינגראד]]. פון דארט'ן, איז דער רבי [[יציאת הרבי הריי"צ מרוסיה|ארויסגעפארן]] פון [[רוסיה|רוסלאנד]], צוזאמען מיט דער צונויפטיקער שווער, [[אדמו"ר הריי"צ]], און מיט אלע זיינע בני בית. נאר די חתונה איז פארהאלטן מצד מאנגל פון מיטל, און דעריבער האט מען באשלאסן זאל דער רבי אוועק פארן צו א אנדערע שטאט, און אין [[חודש טבת]] יענעם יאר איז דער רבי אוועק געפארןן קיין [[ברלין|בערלין]], [[גרמניה|דייטשלאנד]]. | |||
==הערות שוליים== |
עריכות