יצחק מרדכי פבזנר
יצחק־מרדכי פבזנר (פעווזנער) ע"ה, בן הרה"ח הרה"ת ר' שמואל פבזנר הי"ד.
נולד בז' כסלו ה'תרע"ד בעיירה קלימוביץ'. נשא לאשה )(זיווג־ראשון) את מרת רבקה — בת־דודו הרה"ח הרה"ת ר' ישראל לוין (נעוולער) ע"ה.
בתקופת המלחמה גויס לצבא, כאשר אשתו ובנו נשארו בעיירה פאצ'עפ, בה נרצחו על קידוש־השם עם שאר בני־משפחתו על־ידי הנאצים ימ"ש.
לאחר המלחמה נסע לסמרקנד ונישא בזיווג־שני למרת אסתר פראדקין. לאחר המלחמה ניסה לעזוב את ברית־המועצות דרך העיר לבוב ללא הצלחה, ועבר לגור בעיר ריגא.
נפטר בי"ט תשרי ה'תשמ"ו בעיר ריגא, ושם נטמן.
תיאור העיר קלימוביץ=
בידנו קטעי מכתבים ששלח ר' יצחק־מרדכי לאחיו ר' שלום דובער פבזנר,
מהם ניתן ללמוד על אורח החיים החסידיים באותם הימים, ובפרט מחיי העיירה קלימוביץ':
]ז' חשוון ה'תשל"ו[
פון ג' חוהמ"ס אי זמיר אויסגיקומען עד היום צוא זיין אין שטוב, און סוכה איז בא מיר מימים ימימה פון פארטיקיע ווענט, וואס שטעלט זיך צוא צום וואנט פון קיך, און דיא פענצטער גייט ארויס גלייך אין סוכה. אין שטאט זיינען 2 סוכות, אין שול און בא אונדז. דאס איז אין אזא כרך וויא ריגע, וואס לעבען בערך ל' אלפים אידון. אייך האבון מיר באקומען לרוב לולבים אתרוגים והדסים. ממחנו של חברי צבי־הירש, מיר האט מען אויסגיטילט איין אתרוג וואס איז גיוועזון בא אונדז אין דער הוים. ר"ה יוה"כ און דיא ערשטע טעג סוכות בין איך גיוועזון אין שול, און אויף דיא אנדערע טעג האב איך באַ ווַ יזון ניט גיקיענט. ר"ה, איז לעבון מיר, אין שול, גישטאנען איין בחור ממחנכם, ער האט פארשפראכון צוא איבער גיעבון אייך גריס. ציא האט ער דאס גיטאן? אֵ ייך 1 שליט"א האט גיגיעבון פאר אונדז. האבון מיר באקומען לעקאך וואס דער זיידע 2 תחי' אייך גאר גרייסון דיינק מיט איין יישר־כח לב"א יוסף־יצחק בנה של חנה פאר זיין טרחה. ס'איז אהנגיקומען בסדר ובשלימות. היינטיקיער סוכות איז גיוועזון גאר איין אויסנעם. ס'איז גיוועזון טרוקין ווארים זונניק. זיצין אין סוכה איז גיוועזון איין פארגיניגון, אפילו באנאכט האט מען גיקיענט זיצון אהן איין בגד. זיצונדיק האיאר אין סוכה האב איך זיך דערמאנט וועגון קלימאוויטשי. דיא סוכה איז גיוועזין אין קארידאר. סי פלעגט זיך אויפהויבון דער דאך. אין דער קארידאר פלעגט זיך איבערוואנדערון אין איין סוכה. און ס'איז גיוועזון הושענא־רבה און סאיז אוועק איין גיפערלעכער שניי. און מיר אלע זיינען גיזעסון און גיגיעסון ווארמעס, אין דער צייט ווען ס'איז גיגיינגען דער שנֵ יי. און האיאר איז אין דער זעלבער ציייט גישיינט די זון און סאיז גיוועזון ווארים. יעצט אֵ ייף דיין שאלה מיא הוא זה דער פעטער־ברוך יעקב ז"ל.? איז אלה תולדות: וויא דיר איז שֵ יין מן הסתם באוֻ ואסט, זיינען דער טאטע מיט דער מאמון ז"ל גיוועזון גליד־שוועסטער קינדער. דיא באבע איידליע ע"ה איז גיוועזון דעם טאטונס איין ליבלעכע שוועסטער־קינד. ס'זיינען גיוועזון דראיען.
דער זֵ יידע מרדכי דער פעטער ברוך־יעקב און דיא באבע בתיה. דאס זיינען גיוועזון צוויי ברידער און איין שוועסטער. דיא באבע איידליע, דיא מומע שימע און פראדע. זיינען גיוועזון דער עלטער באבעס בתיה טעכטער. אזוי ארום איז דער זיידע מרדכי און פעטער ברוך־יעקב ע"ה. זיינען גיוועזון פעטערס בא דער באבע איידליע. דעם פעטער־ברוך יעקב'ס פאמיליע איז גיוועזון רִ יזְ בֶ ערג. אזוי וויא זיי זיינען גיוועזון צוויי ברידער, האט איינער גידארפט גיין דינען אין סאלדאטון. האט מען גימאכט אז דער זיידע מרדכי איז איין איין אינציקיער, און אייך דער פעטער ברוך־יעקב איז גיווארון איין בן יחיד בא איינעם איין ריזבערג )אייב איך האב ניט קיין טעות עפעס אייך איין קרוב(. נאר ער האט אים גינומען מיט איין תנאי אז ער זאל ווערון זיינער איין איידים. און כך הוה. ניט גיקוקט אייף דעם וואס דער פעטער ברוך־יעקב ע"ה איז גיוועזון איין יפה־ תואר און איין מושלם, איין גיראטענער מיט אין גאר גרויסון אווטאריטיעט אין ק"ק חיסלאוויטש ... ער איז גיוועזון אייך מזג טוב, און זייער אסך קלוגיער. גילעבט אין חיסלאוויטשי און גיוועזון איין מלמד. ער האט זיך גירעכונט פון דיא גיהיֵ יבענע מלמדים. ער האט זייער גישטאלצירט מיט דעם וואס ער איז איין קרוב מיט זיידון שליט"א. און ער איז גיפארון אין ליענינגראד צום רי"צ זצ"ל. און גיקומען פון דארטון זייער איין צופרידענער, מיטן פריאם אלעס איין קרוב, וואס מען האט אים דארטון צואגינומען. ער האט זיך גירעכונט דער 5 דור פון דעם אלטען רבין זצ"ל. ער האט גיהאט איי און איינציקיע טאכטער שפרה, דער מאן אירער איז גיוועזון איין שוחט אין אַ נְ דׅיזאַ ן זיא האט גיהאט אייך גוטון און טיפון עלטער. דער מאן איז גישטארבון און זיא איז פארבליבון מיט זיבין טעכטער. אלע האבון חתונה גיהאט און האבון איר אפגיגיעבון גאר גרייס כבוד. מיט צוויי יאר צוריק איז זיא גישטארבון. און עלטער פון עטלעכע און אכציק. יאר אין ליענינגראד. אלה תולדות פון דער פעטער ברוך־יעקב ז"ל און קורצון. אייב דיר אינטיעריסירט נאך וועגון דעם פעטער ברוך־יעקב קיין איך אהנשרייבון נאך. איך האב בא אים גילערונט אין חיסלאוויטש.
1 .הכוונה לכ"ק אדמו"ר. 2 .ר' יוסף יצחק הלוי שי' גורעוויטש.