משתמש:אנונימוס/הניגון: לחיים

ניגון: "לחיים!" שהיה מנגן הרה"ח ר' זלמן דוכמן ע"ה



מילים :

אידיש - אֱלֹקִי נְשָׁמָה שְׁנָתַתָּ בִּי, דארף מען איר באָנײַען, אַ גאַנצע וואָך , האָרעוועט מען דאָך, קומט צו גיין שַׁבָּת דאַרף מען לײַען.

לײַען, באָרגען, זאָרגען, מען זאָל דאָס נישט באַדאַרפען; אן פיש אן פלייש קען מען נאך באַגיין, אָבער נישט אָן בראָנפֿען. אָן פיש אן פלייש קען מען נאך באַגיין, אָבער נישט אָן בראנפען.

בראנפען, בראַנפֿען, בראַנפֿען, דו ביסט דאָך מיין נְחָמָה; איך נעם אַ קאַפּ, און נאָכאַמאָל אַ קאַפּ, און איך בין זיך מחיה די נשמה. איך נעם אַ קאַפּ, און נאָכאַמאָל אַ קאַפּ, און איך בין זיך מְחַיֶה די נְשָׁמָה.

נְשָׁמָה נְשָׁמָה נְשָׁמָה , דו ביסט דאך ביי מיר אינגאנצן; איך נעם אַ קאַפּ, און נאָכאָמאָל אַ קאַפּ, און איך הויב אן טאנצן. איך נעם אַ קאַפּ, און נאָכאָמאָל אַ קאַפּ, און איך הויב אן טאנצן.

טאנצן, שפרינגען, זינגען, מען דארף דאך צו דעם טויגען; איך נעם אַ קאַפּ, און נאָכאַמאָל אַ קאַפּ, און עס ווערט מיר ליכטיג פאר די אםויגען. איך נעם אַ קאַפּ, און נאָכאַמאָל אַ קאַפּ, און עס ווערט מיר ליכטיג פאר די אויגען.

אויגען, אויגען, אויגען, איך זײַנט דאָך ביי מיר קלאָרע; ברוך אתה ה׳, שֶׁהַכֹּל נִהְיָ' בִּדְבָרוֹ. ברוך אתה ה׳, שֶׁהַכֹּל נִהְיָה בִּדְבָרוֹ.