שיחה:בן ציון שם טוב

מתוך חב"דפדיה, אנציקלופדיה חב"דית חופשית
קפיצה אל: ניווט, חיפוש

ש בעי' להכניס את משפחתו? חסיד חב"ד* אידישעפדיה

בתור משפחתו בוודאי שלא. בתור ערכים בפני עצמם, מה שנראה לך. אם יכתב ערך כזה בצורה שמתאימה לחב"דפדיה, לא נמחק. --chabadnik - שיחה 08:46, 4 מאי 2009 (EDT)

תמללתי עד כמה שיכלתי את השיר המצורף. יש שם כמה מילים ספורות שלא הצלחתי לפענח.

אכתוב אותם כאן, תגידו לי אם כדאי להכניס זאת בערך עליו, ובאיזה אופן.

מיר זײנען אין רוסלאנד

אין טיורמע געזעסן

מיר וועלן דאס אין לעבן

קיין מאל נישט פארגעסן


ניסים, ניסים

ניסים האט געשעהן

ווער עס וויל קען וויסן

און ווער עס וויל קען זעהן.


ארום אונדז

האט א פײער געברענט

די פעלד פון ליובאוויטש

אין זיכערע הענט


ניסים, ניסים

ניסים האט געשעהן

ווער עס וויל קען וויסן

און ווער עס וויל קען זעהן.


ישיבות זײנען געוועזן

שטענדיק פארבראכט

זיי האבן געלערנט

בײ טאג און בײ נאכט


ווען אין איינע פון די ישיבות

האט עפעס געטראפן

באלד איז אהין געוואר (?) געלאפן.


ניסים, ניסים

ניסים האט געשעהן

ווער עס וויל קען וויסן

און ווער עס וויל קען זעהן.


ווען די געהיימע פאליציי

האט א מלמד צוגענומען

באלד איז אויף זײן ארט

א צווייטער געקומען


ניסים, ניסים

ניסים האט געשעהן

ווער עס וויל קען וויסן

און ווער עס וויל קען זעהן.


אז זיי זײנען געגאנגען

טעג און יארן

ביז אונדזערע קינדער

זײנען קאלטער (?) געווארן.


ניסים, ניסים

ניסים האָט געשעהן

ווער עס וויל קען וויסן

און ווער עס וויל קען זעהן.


מיר זײנען געוועזן

שטענדיק גרייט

סײ אויפן לעבן און סײ אויפן טויט


אזוי האבן מיר געקוקט

מיט אפענע אויגן

מיר האבן אונדזערע קעפ

פאר קיינעם ניט געבויגן


ניסים, ניסים

ניסים האט געשעהן

ווער עס וויל קען וויסן

און ווער עס וויל קען זעהן.


צו אונדזערע ישועה

איז א ברעג געקומען

מיר האבן פון רבי'ן

א לעטער באקומען


קינדער טײערע

נאט אײך בײם האנט

קומט צו מיר

אין א פרײער לאנד


ניסים, ניסים

ניסים האט געשעהן

ווער עס וויל קען וויסן

און ווער עס וויל קען זעהן.


מיר האבן געענטפערט

אלע ווי איינער

עס האט בײ אונדז געצווייפלט

פון אונדז קיינער


רבי מיר גייען

מיר זעען שוין דעם וועג

מיר ווארפן אפ אלעס אויפן וועג


ניסים, ניסים

ניסים האט געשעהן

ווער עס וויל קען וויסן

און ווער עס וויל קען זעהן.


ווען מיר זײנען אלע

צום גרענעץ געקומען

באלד האט די וואכט

אנגעפאנגען ברומען


אידן וואס טוט זיך

וואס איז דא געשעהן

איר זײט נאר העכט נעכטן

אין סיביר דאך געוועזן


ניסים, ניסים

ניסים האט געשעהן

ווער עס וויל קען וויסן

און ווער עס וויל קען זעהן.


מיר האבן זיי געענטפערט

פעסט און זיכער

הערט אויף צו קוקן

די אלטע ביכער


אלעס וואס מיר האבן

וועלן מיר אײך געבן

מיר געבן אונדזערע לעבן

מיר גייען צום רבי'ן


ניסים, ניסים

ניסים האט געשעהן

ווער עס וויל קען וויסן

און ווער עס וויל קען זעהן. מיכאל א