תבנית:היום יום/ח' אדר א'

מתוך חב"דפדיה, אנציקלופדיה חב"דית חופשית
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דער אלטער רבי האט אמאל אריינגערופען א יונגערמאן פון דעם מגיד'ס תלמידים, און האט איהם געזאגט - מיט א ניגון, כדרכו: "איך האב א מצוה פון "ולמדתם אותם את בניכם", דו האסט א מצוה פון זן ומפרנס בני ביתו, לאמיר זיך בייטען: איך וועל דיר געבען דו זאלסט קענען מקיים זיין דיין מצוה, און דו לערען מיט מיין זון - דאס איז געווען דעם מיטעלער רבי. און האט איהם מבאר געווען סדר הלימוד: דאס ערשטע לערענט מען אותיות א. ב. . וואס איז אן אלף - א פינטעלע פון אויבען, א פינטעלע פון אונטען, און א קו באמצע - דאס איז אן אלף. א קינד מוז וויסען, אז דער אלף פון תורה איז דער יו"ד פון אויבען דער יו"ד פון אונטען מיט דעם קו פון אמונה וואס באהעפט זיי. נאך א נוסחא איז דא: "א יו"ד למעלה דאס די נשמה, א יו"ד למטה דאס איז דער גוף און א קו של יראת שמים באמצע".


תרגום מאידיש: אדמו"ר הזקן קרא פעם לאברך מתלמידי המגיד ממזריטש, שיכנס אליו ואמר לו - בניגון, כדרכו: "לי יש מצוה של "ולמדתם אותם את בניכם", לך יש מצוה של זן ומפרנס בני ביתו, בא נתחלף: אני אתן לך שתוכל לקיים את המצוה שלך, ואתה למד עם בני - היה זה אדמו"ר האמצעי. וביאר לו סדר הלימוד: דבר ראשון לומדים אותיות אל"ף. בי"ת . . מהו אל"ף? - נקודה מלמעלה, נקודה מלמעטה וקו באמצע - זהו אל"ף. ילד מוכרח לדעת, שהאל"ף של תורה הוא היו"ד למעלה היו"ד למטה והקו של אמונה שמחבר ביניהם. נוסחא נוספת: "יו"ד למעלה זהו הנשמה, יו"ד למטה זהו הגוף וקו של יראת שמים באמצע.

הקודם:
ז' אדר א'
{{{רשימה}}} הבא:
ט' אדר א'